קאנאל-אינזלען
ארכיפעלאג אין ענגלישן קאנאל / From Wikipedia, the free encyclopedia
די קאַנאַל־אינזלען (נארמאניש: Îles d'la Manche, פראנצויזיש: Îles Anglo-Normandes אדער Îles de la Manche) זענען אן ארכיפעלאג אינעם ענגלישן קאנאל, לעבן דעם בארטן פון נארמאנדי אין פראנקרייך. זיי שליסן איין צוויי קרוין אפהענגיקייטן: די וואזנעשאפט פון דזשערזי, וואס באשטייט פון דזשערזי, דער גרעסטער אינזל; און די וואזנעשאפט פון גערנזי, וואס באשטייט פון גערנזי, אלדערני, סארק און עטלעכע קלענערע אינזלען. זיי זענען וואס איז איבערגעבליבן פון דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי. זיי זענען נישט קיין טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך,[1] כאטש עס איז פאראנטווארטלעך פאר פארטיידיקונג און אינטערנאציאנאלע באציונגען פון די אינזלען.[2] די קרוין אפהענגיקייטן זענען נישט מיטגלידער פון דער קאמאנוועלט און אויך נישט פון דער אייראפעאישער עקאנאמישער געמיינדע.
די אינזלען האבן א סך־הכול באפעלקערונג פון בערך 168,000; די הויפטשטעט פון די צוויי וואזנעשאפטן, סאנט העליער און סאנט פיטער פארט, האבן 33,500 און 16,488, איינוואוינער. די אינזלען באדעקן א שטח פון 198 ק״מ2.