![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/5/58/Ceres_-_RC3_-_Haulani_Crater_%252822381131691%2529.jpg/640px-Ceres_-_RC3_-_Haulani_Crater_%252822381131691%2529.jpg&w=640&q=50)
צערעס
אסטערויד / From Wikipedia, the free encyclopedia
צערעס (סימבאל: ,[1] לאטייניש: Cerēs), אפיציעלער נאמען 1_Ceres, איז דער קלענסטער קארליק פלאנעט אין דער זון סיסטעם. ער געפינט זיך אינעם אסטערויד פאס. דער אסטראנאם דזשוסעפע פיאצי האט אים אנטפלעקט דעם 1טן יאנואר, 1801,[2]. בערך 200 יאר שפעטער, אין 2006 האט דער אינטערנאציאנאלער אסטראנאמישער פארבאנד באשלאסן אז צערעס זאל מער נישט הייסן אן אסטערויד נאר א קארליק פלאנעט.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/5/58/Ceres_-_RC3_-_Haulani_Crater_%2822381131691%29.jpg/640px-Ceres_-_RC3_-_Haulani_Crater_%2822381131691%29.jpg)
צערעס איז דער גרעסטער קערפער אינעם אסטערויד פאס, מיט א דיאמעטער פון 950 ק"מ. אנדעריש ווי די אסטערוידן איז צערעס גאנץ קיילעכדיק. צו זען צערעס דארף מען קוקן דורך א טעלעסקאפ.[3]