פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער (ASEAN פון ענגליש Association of Southeast Asian Nations) איז א פאליטישע און עקאנאמישע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פון פעלקער אין דרום־מזרח אזיע. ער איז געגרינדעט געווארן דעם 8טן אויגוסט 1967 דורך אינדאנעזיע, טיילאנד, מאלייזיע, סינגאפור און די פיליפינען, וואס האבן געוואלט ווייזן סאלידארישקייט קעגן דעם איינפלוס פון קאמוניזם פון וויעטנאם אין זייערע לענדער. זייט 2001 האלט מען איין מאל א יאר א שפיץ קאנפערענץ פון די לענדער אינעם פארבאנד.