ספר שמות
From Wikipedia, the free encyclopedia
צי מיינט איר פרשת שמות?
שְׁמוֹת איז דער צווײטער חומש, וואָס הײבט זיך אָן מיט די ווערטער ”וְאֵלֶּה, שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, הַבָּאִים, מִצְרָיְמָה: אֵת יַעֲקֹב, אִישׁ וּבֵיתוֹ בָּאוּ” ((שמות א' א')).
באַשטײט פֿון 40 קאַפיטלעך. עס ווערט אין חומש שמות דערצײלט דער ספור ווי די מצרײם האָבן געפײַניקט די ייִדן, נאַכער יציאת מצרים, דאָס געבן די תורה אויפֿן הר סיני, פֿאַרשײדענע געזעצן, דאָס מאַכן דעם משכן, די מעשה פֿון עגל (גאָלדענע קאַלב).
אין די אײראָפעאישע שפראַכן הײסט שמות „עקסאָדוס“ (דער אַרויסגאַנג, דאָס אַרויסגײן פֿון מצרים.