סינגאפור
From Wikipedia, the free encyclopedia
סינגאַפּור, אפיציעל די רעפובליק פון סינגאפור (מאלייאיש: Republik Singapura; כינעזיש: 新加坡共和国; טאמיל: சிங்கப்பூர் குடியரசு), איז אַ שטאטס שטאַט אינזל־לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע וואס געפינט זיך ביים דרום עק פונעם מאליי האלבאינזל, 137 ק"מ דרום פונעם עקוואטאר. עס גרענעצט מאלייזיע און אינדאנעזיע איבערן ים. עס האט א באפעלקערונג פון פינף מיליאן, וועלכע וואוינען אין געדיכט-באוואוינטע גאסן און אין ריזיגע טורעם געביידעס, פון זיי זענען 76% כינעזיש.
רעפובליק פון סינגאפור | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: פארווערטס, סינגאפור | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש, כינעזיש, מאלייאיש, טאמיל | ||||
הויפּטשטאָט | סינגאפור 1°17′N 103°50′E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
חלימה יעקוב לי הסיען לונג | ||||
גרינדונג דאַטום |
1819, 1965 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
710.2 קוואַדראַט ק"מ 187 1.444 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
5,076,700 117 7,022 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $255.338 ביליאן (40סט) | ||||
וואַלוטע | סינגאפור דאלאר | ||||
צײַט זאָנע | UTC + 8 | ||||
אינטערנעט דאָמען | sg. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 65+ | ||||
זײַן הױפּטשטאָט איז סינגאַפּור. סינגאפור איז דער פערטע וויכטיגסטער פינאנציעלער צענטער אין דער וועלט. דער פארט פון סינגאפור איז דער פינפט מערסט באשעפטיגסטער פארט אין דער וועלט.
די ערשטע שפראך אין סינגאפור איז ענגליש, וואס אלע קינדער לערנען אין דער שולע.
סינגאפור געהערט צו דער קאמאנוועלט.