סון יאט-סען
From Wikipedia, the free encyclopedia
סון יאַט-סען (כינעזיש: 孫逸仙 ; 12טן נאוועמבער 1866 – 12טן מערץ 1925, איז געווען א כינעזישער רעוואלוצינער, און דער ערשטער פרעזידענט פון דער רעפובליק פון כינע. סון האט געשפילט א ראלע אין אראפווארפן די טשינג דינאסטיע ביי דער סינהיי רעוואלוציע. כאטש בשעת דער רעוואלוציע איז ער געווען אין סט לואיס, מיזורי,[1] האט מען אים באשטימט פרעזידענט פון דער פראוויזארישער רעפובליק פון כינע וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1912. שפעטער איז ער געווען איינער פון די גרינדער פונעם קוואמינטאנג, און זיין ערשטער פירער.[2]
- דאס איז א כינעזישער נאמען; דער משפחה נאמען איז סון.
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
געבורט |
12 נאוועמבער 1866 טשינג דינאסטיע |
---|---|
טויט |
12 מערץ 1925 (אלט 58) כינעזישע רעפובליק |
מדינה | כינעזישע רעפובליק, טשינג דינאסטיע |
באשעפטיגונג | פאליטיקער, דאקטער, פילאסאף |
חתימה | |
פארמאכן
סון ווערט גערעכנט איינער פון די גרעסטע פירער פון מאדערנער כינע, און ער איז דער איינציקער צווישן די 20סטן יארהונדערט פאליטיקער וואס מ'האלט פון אים סיי אין קאמוניסטישער כינע סיי אין נאציאנאליסטישער כינע.