מעסאפאטאמיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
From Wikipedia, the free encyclopedia
מעסאָפּאָטאַמיע (פון גריכיש: מעסאס μέσος - "צווישן"; פּאטאַמיע ποτάμια - "טייכן") איז דער ראיאן וואס שפרייט זיך אויס צווישן די צוויי גרויסע טייכן דער פרת און דער חידקל. די צוויי טייכן הייבן זיך אן אין מזרח טערקיי; דער פרת הייבט זיך אן אין מיטל מזרח טערקיי און דער חדקל הייבט זיך אן אין דרום מזרח טערקיי, און ביידע גיסן זיך אריין אונעם פערסישן איינגאס. צווישן די צוויי טייכן וואס ציען זיך פון דרום טערקיי ביז אראפ גאנץ איראק ביזן פערסישן איינגאס, ווערט אנגערופן מעסאפאטאמיע, וואס דארטן האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ציוויליזאציע. דער ראיאן איז דער מזרח טייל פון דער "פֿרוכטבארער האלבער לבנה". פריער האט מען גערופן נאר דעם צפון טייל צווישן די טייכן מיטן נאמען מעסאפאטאמיע; אין תנ"ך ווערט דער ראיאן אנגערופן ארם נהריים. היינט ניצט מען דעם נאמען פארן גאנצן שטח צווישן די צוויי טייכן.
מעסאפאטעמיע איז אנגענומען צו זיין די ערשטע ברייט פארשפרייטע פלאץ פון שריפט, די שומער שריפט, גערופן די "כתב יתידות" ווייל זיי פרעגן שרייבן מיט סימנים פון נעגל ארייגעקריצט אין ליים.
דער נאמען מעסאפאטאמיע באדייט דעם ראיאן פון די בארגאראפן פון די זאגראס בערג און די בערג פון קורדיסטאן צו מזרח און צפון, און די מדבריות פון סיריע און דעם אראבישן האלבאינדזל אין מערב און דרום ביזן בארטן פונעם פערסישן איינגאס. היינט איז דער ראיאן מערסטנס אין איראק, און א טייל אין סיריע און איראן.
דער ראיאן צעטיילט זיך אויף צוויי: אין צפון א נידעריגער פלאטא הויך פון 200 ביז 400 מעטער. די טייכן זענען עטלעכע צענדליגע מעטער נידעריגע פונעם פלאטא. דער דרום טייל הייבט אן אין געגנט פון באגדאד איז א נידעריגער פלוין וואס נידערט זיך צום פערסישן איינגאס. די טייך־געלעגערן זענען גראד מיט דער הייך פונעם פלוין, אזוי טוען די טייכן פארפלייצן דעם ראיאן.
די צוויי הויפט טייכן אינעם ראיאן זענען דער פרת אין מערב—זיין מקור איז אין טערקיי און זיין לענג איז 2,781 ק"מ, און דער חידקל מזרח פונעם פרת—זיין מקור איז אין מזרח טערקיי און זיין לענג 1,740 ק"מ. די גרעסטע דיסטאנץ צווישן די צוויי טייכן איז 250 ק"מ, און די קלענסטע דיסטאנץ איז 10 ק"מ.
אין דרום איז פאראן א גרויסער מאנגל פון וואסער, ווייל די רעגן געבן נאר 70-300 מ"מ א יאר.
אין דער היסטארישער וועלט די ערשטע ציוויליזאציע וואס מ'ווייסט דערפון (ווייל דאס איז באמת די ערשטע ציוויליזאציע נאכן מבול) איז די ציוויליזאציע פון מעסאפאטאמיע. היסטאריקער געבן אן כל מיני סיבות פארוואס דווקא דארט, אבער אונז דארפן מיר נישט צוקומען צי דעם, זייער פשוט, די תיבה האט גערוהט אויף די הרי אררט, זאגט דער תרגום אויף דעם אז דאס איז הרי קרדו, די קורדישע בערג, דאס איז אין צפון מעריב סיריע, פון דארטן זענען זיי געגאנגען מזרח, צום נענסטן גרעסטן טייך (הנהר הגדול נהר פרת, אלע יענע ישובים זענען געווען ארום טייכן) און זיי זענען אנגעקומען און זיך באזעצט אין דעם גאנצן ארם נהרים געגנט.
די צייוויליזאציע אין מעסאפאטאמיע, פאר פינף הונדערט יאר, איז צוטיילט אין א פאר פעלקער, די ערשטע וואס מ'ווייסט, איז די שומער באפעלקערונג, זייער ציוויליזאציע איז געווען בעיקר סטאנציאנירט, ביים מער דרום חלק פון מעסאפאטאמיע, טייל פין זייערע באקאנטע שטעט זענען אור (געבורט-שטאט פון אברהם אבינו), ארק, און ימדת ניסר.
די צווייטע גרויסע באפעלקערונג, איז געווען די קעניגרייך פון אכד, (אכד ואלכד מארץ שנער) דאס איז שוין געווען מער א קעניגרייך, זיי זענען געווען סטאנציאנירט מער צפון פון די שמירים, אבער האבן זיך שפעטער זייער אויסגעשפרייט, אייננעמענדיג גאנץ שמיר אונטער זיך, מיט א שמיץ אריבער, פון זייערע באקאנטע שטעט איז כוש און שיפור.
פין די ציוויליזאציעס איז געבליבן אסאך קונסט, ווי אויך געשריבענע ווערק, זייער לעבן איז געווען געבויט ארום אגריקולטור, וואס צוליב דעם האבן זיי אלע געוואנט ארום די טייכן, זיי האבן אויכט געמאכט אזוינע יאורות פין די טייכן ביז זייערע פעלדער, אזויווי די מצריים, זיי זענען פארשטייט זיך געווען פוסטע געצן דינער.
די מלכות פון אַכַד האט זיך עווענטועל אויסגעשפרייט, אין איינגענומען די גאנצע געגנט אראפ, און דרום, ביז נאכן אראבישן האלב אינזל, און אין מזרח זענען זיי אנגעקומען ביז כנען. ס'זענען געווען אין יענער געגנט נאך אסאך קלענערע מלוכות.
די צווייטע גרויס ציוויליזאציע איז געווען מצרים און כוש.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.