מארסיי
From Wikipedia, the free encyclopedia
מאַרסיי (פראַנצויזיש: Marseille; אויף אקסיטאן Marselha אדער Marsiho מאַרסיע), באקאנט אין די אוראלטע צייטן ווי מאַסאַליאַ, פון גריכיש: Μασσαλία), איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין פראנקרייך נאך פאריז, און די הויפט שטאט פון דעם בוש-דו-ראן דעפארטמענט. מארסיי האט א שטח פון 240.62 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 852,395. מארסיי געפינט זיך אויפן דרום־מזרח בארטן פון פראנקרייך ביים מיטלענדישן ים, און איז דער גרעסטער האנדלס פארט אין פראנקרייך און אויך זיין גרעסטע שטאט אויפן מיטלענדישן בארטן.