מאראקעש
שטאט אין מאראקא / From Wikipedia, the free encyclopedia
מאַראַקעש (אַראַביש : مراكش, פּינקטלעכע טראַנסקריפּציע: מראכש, ארויסגערעדט: מאראַכאש; בערבער: ⵎⵕⵕⴰⴽⵛ, מְר'ר'אכְש; פראנצויזיש: Marrakech) איז אַ מדבר־שטאָט אין דרום-מערב מאַראָקאָ צופֿוסנס די אַטלאַס בערג . די שטאָט ציילט אַ מיליאָן באוווינער (ריכטיק פאר 2010) רובֿ פון א בערבער אָפשטאַם.
די שטאָט איז צעטיילט אין צוויי: די אַלטשטאָט און די ניישטאָט (Ville Nouvelle) אויך באקאנט ווי גיליז (Gueliz) נאָך איינער פון די קווארטאלן. די אַלטשטאָט איז באַוווסט פֿאַר אירע געסעלעך און קאליריקע מארקן.
אנדערש פון ראַבאַט, די פּאָליטישע הויפּטשטאָט און קאַסאַבלאַנקאַ, די עקאָנאָמישע הויפּטשטאָט, איז מאַראַקעש די היסטארישע און קולטור־הויפטשטאָט פון מאַראָקאָ. יעדע אוונט, ווען די זון גייט אראפ, קומען צוזאמען הונדערטע פּעדלערס, דערציילער, פעלדשער, זשאנגלירער, טענצער, פויקער, אַקטיארן, שוישפילער און אנדערע ארומגענומען מיט דיקן רויך פון די צענדליקער עסנוואַרג און גריל קיאסקן אין דעם צענטראלן פלאץ פון דער אַלטשטאָט.