ים כנרת
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער כּנרת בלשון חז"ל ימה של טבריא[1] (קינערעט) איז די גרעסטע וואסער־איינזאמלונג (אזערע) אין ישראל פון זיס וואסער, און באניצט אלס די גרעסטע קוואל־וואסער פאר ישראל וואס ווערט טראנספארטירט דורכן לאנדישן קאנאל צו צענטראל־ און דרום־זייט ישראל. 30% פון ישראל טרינקען און באנוצן זיך מיטן וואסער פון כנרת.
דער נאמען כנרת שטייט שוין אין דער תורה ”ויָרַד הַגּבֻל וּמָחָה עַל-כּתֶף יָם-כּנּרֶת קֵדְמָה” ((במדבר ל"ד י"א))דאס וואסער צום כנרת פליסט פון דעם ירדן טייך, און ס'איז אויך דא אונטערערדיגע קוואלן. דער כנרת באניצט אויך פאר פישעריי און פארוויילונג צו שווימען, שיפלען אד"ג.
די אזערע האט א שטח פון 166 קוואדראט ק"מ.
פון דער מערב זײַט פונעם כנרת געפֿינט זיך אונטער גליל.
אין דעם כנרת איז דא צוויי פלאכן, דער אונטערשטער פלאך און דער אויבערשטער פלאך. ווען די וואסער קומט אָן צום אונטערשטן פלאך, שעפט מען נישט ארויס מער קיין וואסער כדי זאל דאס וואסער נישט ווערן געזאלצן. און ווען דאס וואסער גייט אריבער דעם אויבערשטן פלאך, עפנט מען די דגניה־דאמבע, כדי זאל דער כנרת נישט איבערלויפן.