סאטעליט
From Wikipedia, the free encyclopedia
א סאטעליט איז אן אביעקט וועלכע רינגלט ארום דער וועלט. צום ביישפיל די לבנה איז דער ערד'ס נאטורליכער סאטעליט. אין דעם געביט פון קאסמאס-פארן באדייט א סאטעליט א מענטשליך געמאכטן סאטעליט וואס רינגלט ארום דער וועלט פיל שנעלער ווי די לבנה און פליט אסאך נענטער צו דער ערד.
יעדער סאטעליט וועלכע רינגלט ארום דער וועלט דרייט זיך ארום און ארום אויף א פריער באשטימטן וועג וועלכע עס פאלגט נאך די גאנצע צייט. די אויסגעפלאסטערטע וועג ווערט אנגערופן די ארביט. די העכסטע פונקט צווישן דעם סאטעליט און דער ערד ווערט אנגערופן אַפאָגי און די נידעריגסטע פונקט ווערט אנגערופן פעריגי. עס זענען פאראן פארשידענע ערליי סאטעליטן און יעדער פון זיי האט אן אנדערע מיסיע. אויסנאמען זענען די דזשי-פי-עס סאטעליטן וועלכע ציילן 26 און די אירידיום סאטעליטן וועלן זענען איבער 60 אין צאל.
א סאטעליט ווערט איינמאל ארויפגעשיקט אין קאסמאס און מער קומט עס נישט אראפ. אויב עס צוברעכט זיך טוישט מען דאס מיט א נייע און די אלטע בלייבט ווייטער פליען אין קאסמאס אינאיינעם מיט אלע שטיקער פון געוועזענע ראקעטס און אנדערע זאכן וועלכע זענען אנגעקומען אין קאסמאס און זענען קיינמאל נישט צוריק געברענגט געווארן. אלעס אינאיינעם איז פאראן א חשבון פון בערך 26,000 אביעקטן וועלכע פליען ארום אין קאסמאס.
אין פאקט זענען די אלע 26,000 אביעקטן סאטעליטן וויבאלד זיי רינגלן ארום די וועלט. אבער אונז רופן מיר סאטעליטן נאר די וועלכע זענען אין באנוץ און ארבעטן פאר א פירמע, רעגירונג, אדער סיי וועלכע אנדערע ארגאניזאציע. רוב מאדערניזירטע לענדער פארמאגן אייגענע סאטעליטן אין קאסמאס און אסאך גרויסע פירמעס האבן דארט זייערע אייגענע סאטעליטן. אויב איר וועט פרעגן א קינד ווער עס האט די ערשטע ארויפגעשיקט א סאטעליט אין קאסמאס וועט ער געוויס זאגן אמעריקע. אין פאקט איז רוסלאנד געווען די ערשטע וועלכע האבן ארויפגעשיקט די ספוטניק סאטעליט אום אקטאבער 957'. קיינער האט אבער נישט געוואוסט דערפון און קיינער האט נישט מיטגעהאלטן וויאזוי מען האט עס ארויפגעשיקט וויבאלד עס איז געווען א סאוויעטישע סוד. די ספוטניק סאטעליטן איז געווען 23 אינטשעס גרויס און האט געוואויגן 184 פונט.
די ספוטניק סאטעליט איז באשטאנען פון א באל מיט פיר אנטענעס וועלכע די רוסישע האבן גענוצט פאר קאמיוניקאציע. אינעווייניג אינעם סאטעליט איז דאס געווען אנגעפילט מיט ניטראגען גאז וועלכע האט אויסגעברענט ביז 92 טעג און די סאטעליט איז ארויס פון באנוץ. די רוסישע האבן באלד נאכגעפאלגט מיט א צווייטע סאטעליט וועלכע האט שוין געוואויגן א האלבע טאן און איז געפלויגן אין קאסמאס א האלבע יאר.