טארנאפאל
שטאָט אין אוקראינע From Wikipedia, the free encyclopedia
שטאָט אין אוקראינע From Wikipedia, the free encyclopedia
טאַרנאפאל (אוקראיניש: Тернопіль טערנאפיל; רוסיש: Тернополь טערנאפאל; פויליש, דייטש און ענגליש Tarnopol) איז א שטאט אין מערב-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם טייך סערעט, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו.
|
טאַרנאפאל איז די הויפטשטאט פון דער טאַרנאפאלער גובערניע.
די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אין 1540. אין 1544 האט מען געקאנטשעט דעם טארנאפאלער שלאס. אינעם 17טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן פארברענט ביים כמעלניצקי אויפשטאנד; די אלע יידן אין שטאט האט מען גע׳הרג׳עט אדער פארטריבן. אין 1870 האט מען געעפנט די באנן ליניע פון טארנאפאל קיין לעמבערג. אין יענעם יאר האט טארנאפאל געהאט א באפעלקערונג פון 25,000.
יידן האבן זיך באזעצט אין טאַרנאפאל שוין ביי זיין גרינדונג און זענען גיך געווארן א מערהייט פון דער שטאט. די שטאט האט געהאט א שול געבויט פון שטיינער וואס האט אויסגעזען ווי א פעסטונג. אין די יארן פון די גזרות ת"ח ת"ט האט די יידישע קהילה געציילט 300 משפחות, וואס רוב פון זיי זענען אומגעקומען דורך די קאזאקן.
נאך 1772, ווען די קהילה איז געווארן אנעקסירט צו דער עסטרייכער אימפעריע, האט אנגעהויבן צו בושעוון אין טארנאפאל די ווינטן פון דער השכלה. די שטאט איז אויך געקומען אונטער דער השפעה פון חסידות פון די ארומיגע גאליציאנער שטעטלעך. צווישן די רבנים פון טארנאפאל איז געווען הרב יוסף באב"ד, מחבר פונעם ספר ״מנחת חינוך״.
אין 1880 האבן געוואוינט אין טאַרנאפאל 13,468 יידן, און אין 1931, 13,999 יידן.[1]
די לעצטע אכט שטאטס רבנים פון טארנאפאל זענען געווען:[2]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.