דזשיקאוו אדער דזיקוב אין וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער דזשיקאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי אליעזר הורוויץ, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, וואס איז אן אפצווייג פון דער ראפשיצער דינאסטיע
דער גרינדער פונעם דזשיקאווער חסידות איז געווען ר' אליעזר'ל דזישקאווער, א זון פון רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. רבי אליעזר'ל האט מקבל געווען תורה און חסידות פון זיין פאטער, רבי ישכר בער פון ראדאשיץ און רבי הירש משרת פון רימאנאוו. אין תר"ח, צוואנציג יאר נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע אין דזשיקאוו. נאך זיין פטירה אין תרכ"א, איז זיין נאכפאלגער אין דזשיקאוו געווען זיין צווייטער זון ר' מאיר. זיין עלצטער זון ר' ישראל האט אנגעהויבן פירן אין בארניוו, זיין דריטער זון ר' ראובן אין דעמביץ און זיין פערטער זון ר' משה אין ראזוואדאוו.
כ"ב אייר תשע"ב האט מען מכתיר געווען אין רחובות רבי ישראל אליעזר אדלער דזשיקאווער רבי.[1]
רבי אליעזר הורוויץ זצ"ל (ה'תק"ן - ג' חשוון ה'תרכ"א), רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער.
רבי מאיר הורוויץ זצ"ל (ה'תקע"ט - י' תמוז ה'תרל"ז), רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם.
רבי יהושע הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ח - י"א טבת ה'תרע"ג), רב אין דזשיקאוו, דער עטרת ישועה.
מרת דבורה לאה, בז"ר די ווייב פון רבי שלמה הורוויץ, א זון פון רביאברהם חיים הורוויץ רב אין פלאנטש. בז"ש די ווייב בז"ש פון רבי ישראל שלום יוסף האגער פון אטיניע.
מרת מלכה, די ווייב פון רבי ישראל הורוויץ (ה'תר"י (אומגעפער) - ה'תר"ס (אומגעפער) ), פון מעליץ.
מרת לאה, די ווייב פון רבי שלום האלבערשטאם (ה'תרט"ו (אומגעפער) - ה'תרצ"ד), רב אין פיעקלא, א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב[3]
די ווייב פון רבי אליעזר שפירא, א זון פון רבי יהושע שפירא דער ריבוטיטשער רב, הי"ד.
די ווייב פון רבי מנחם מענדל אייכנשטיין א זון פון רבי אברהם חיים אייכנשטיין, הי"ד.
רבי מנשה הורוויץ (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), ראזוואדאווער רבי אין ריישא.
רבי חיים הורוויץ
רבי שלמה הורוויץ (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ).
שיינדל. .גיטל. .אלעזר. .ביילא הי"ד.
רבי שמחה הורוויץ (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), פון ווישנא.
מרת געננדל, בז"ר די ווייב פון רבי יעקב עפשטיין א זון פון רבי לייביש עפשטיין, דער אוזשראווער רבי, בז"ש די ווייב בז"ש פון רבי חיים האגער פון אנטיניע.
מרת בינה, די ווייב פון רבי אלימלך הורוויץ פון מעליץ א זון פון רבי נפתלי הורוויץ רב אין מעליץ.
מרת מירל, די ווייב בזיווג שני פון רבי יצחק הורוויץ, רב אין בארניוו, זי איז נפטר געווארן אין ראזוואדאוו אין עלטער פון זיבעציג יאר כ"ו ניסןה'תרצ"ז, אן קינדער.