Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל (ה'תקכ"ה - י"ח סיון ה'תר"ג) איז געווען דער ערשטער ראדאשיצער רבי. באקאנט אלס דער סבא קדישא.
רבי ישכר בער איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק, א משמש ביים מעזריטשער מגיד, א זון פון הרב ישכר בער, און צו זיין מוטער מרת מרים א שוועסטער פונעם ראדאשיצער דיין, הר"ר זונדל.
רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין, דער ייד הקדוש פון פרשיסחא, דער קאזשניצער מגיד און דער אפטער רב נאך זיין חתונה האט רבי ישכר בער געוואוינט אין חמעלניק וואו ער איז געווארן נאנט צו הר"ר אליעזר ליפא (זון פונעם רבי'ן ר' מיילעך).
רבי ישכר בער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב מרדכי פון חענטשין. זייערע קינדער:
ער האט פארשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פונעם אפטער רב אין דעם ספר „תורת אמת". צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".
אויפן פסוק למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך (בראשית יב, יג) זאגט רש"י: יתנו לי מתנות זיי וועלן געבן מיר מתנות. איז דאך שווער, צי איז דאס געווען אברהם אבינו'ס ציל אין לעבן צו דערגרייכן מתנות? ס'שטייט דאך ושונא מתנות יחיה (משלי טו, כז)! ענטפערט ר' ישכר בער פון ראדאשיץ, אז דאס איז גאר געווען זיין כוונה. אז די מצרים וועלן געבן מיר מתנות, און איך וועל אפזאגן, דעמאלטס ושונא מתנות יחיה וועל איך לאנג לעבן ווייל איך האב אפגעזאגט די מתנות, וועט טאקע זיין למען ייטב לי בעבורך.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.