באריס זשאנסאן
From Wikipedia, the free encyclopedia
אלעקסאנדער באריס דע פֿעפֿל זשאנסאן (באוואוסט אלס באריס זשאנסאן, געבוירן דעם 19טן יוני 1964, ניו יארק סיטי)[2] איז א בריטישער קאנסערוואטיוו פארטיי פאליטיקער און געווען פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פונעם 24סטן יולי 2019 ביזן 6טן סעפטעמבער 2022. ער איז א שטארקער ברעקסיט שטיצער און איז געלאפן אויף א פלאטפארמע זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן פאראיין פאר יעדן פרייז. פריער איז ער געווען דער שטאַטס-סעקרעטאר פאר אויסערן און קאמאנוועלט באציאונגען (אויסערן מיניסטער) זינט 2016, און אויך קאמאנס דעפוטאט פאר אקסברידזש און דרום רייזסליפ זייט 2015. ער איז געווען בירגערמייסטער פון לאנדאן פון 2008 ביז 2016.
געבורט |
19 יוני 1964 (אלט 60) ניו יארק, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פאראייניגטע קעניגרייך | ||||||||
באשעפטיגונג | זשורנאליסט, פאליטיקער | ||||||||
פארטיי | קאנסערוואטיוו | ||||||||
ווייב | מארינא ווילער | ||||||||
האתר הרשמי | |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
חתימה | |||||||||
ער איז אויך א זשורנאליסט און געוועזענער רעדאקטאר פון דער ספעקטאטאר.
ער איז פריער געווען קאמאנס דעפוטאט פאר הענלי פון 2002-2008, און איז געווען אמאל אן אפיציעלער פארשפרעכער אלס שאטן מיניסטער פאר העכערער בילדונג, ביז ער האט זיך געמאלדן צו קאנדידירן פאר בירגערמייסטער פון לאנדאן. זשאנסאן איז געווארן דער קאנסערוואטיוו פארטיי קאנדידאט דעם 27סטן סעפטעמבער 2007.