אליעזר שלמה שיק
משפיע אין ברעסלאוו / From Wikipedia, the free encyclopedia
ר' אליעזר שלמה שיק (באַקאַנט אלס מוהרא"ש) ( 29סטן מיי 1940; כ"א אייר ה'ת"ש - 6טן פעברואר 2015; י"ז שבט תשע"ה) איז געווען א פירער פון א ברסלבער אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און א משפיע פון דעם ישוב יבנאל וואס ווערט גערופן ביי אים עיר ברסלב.
מוהרא"ש זצ"ל | |
געבורט |
29 מאי 1940 כ"א אייר ה'ת"ש ירושלים, בריטישער מאנדאט |
---|---|
טויט |
6 פעברואר 2015 (אלט 74) י"ז שבט תשע"ה ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | ישראל |
טעטיקייט ארט | יבנאל |
באלאנג | ברסלב |
באשעפטיגונג | משפיע |
ער האט געוואוינט אין בארא פארק אבער ער האט געהאט אנהענגער אין די צענדליגע טויזנטער איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך געשוואורן ביי אים אז ער איז געווען אן ערליכער איד מיט העכערע כוחות.
ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי די היימישע קרייזן, אבער זיינע ידיעות און בריוון און זיינע צוגעלאזענע שמועסן האט געצויגן אפילו פרייע איבערהויפט ספרדים וואס טוען זיך אן זיינע קמיעות מיט א בילד פון אים. זיי גלייבן אז דער דאזיקער קייטל אריינגעקריצט א בילד פון זיין הייליקן געזיכט, שיצט זיי פון אלע שלעכט ברוחניות ובגשמיות.