אייראפע
קאנטינענט / From Wikipedia, the free encyclopedia
אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.
שטח | 10,180,000 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 739,165,030 |
לענדער | 50 (ליסטע) |
שפראכן | אייראפעישע שפראכן |
צייט זאנעס | UTC ביז UTC+6 |
אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.
אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.[1]
כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.
לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:
דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:
אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.
די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.
דער גרענעץ צווישן אייראפע און אזיע נעמט איין די אוראל בערג. אין רוימישע צייטן האט מען געהאלטן אז דער טייך דאן איז א טייל פונעם גרענעץ.
אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.
די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.