װיקיפּעדיע:אויסשפארן פאליסי
From Wikipedia, the free encyclopedia
אויסשפארן אדער בלאקירן איז וויאזוי א אדמיניסטראטור האלט צוריק א באנוצער צו עדיטן וויקיפעדיע ארטיקלן.
אן אויסשפארונג איז נישט, און טאר נישט זיין א שטראף, דאס דינט בלויז צו היטן וויקיפעדיע פון וואנדאליזם. און וואנדאליזם האט א קלארע מיינונג.
אויף דערווייל איז דער אידישער וויקיפעדיע איבערהויפט זייער שטרענג און סענסעטיוו צו די פריערדיגע ליין, אין אנדערע מער אנטוויקלטע וויקיפעדיעס, וואס האבן הונדערטע אדער טויזענטע אקטיווע באנוצער, קען מען בלאקירן אפילו אויף קלענערע עבירות ווי איינפאכע אומרוה און שטער, אדער אז טאמער רוב באנוצער מאכן וואלן צו בלאקירן איינעם, אבער דא וויבאלד מיר האבן קוים באנוצער, און די פאר נעמען וואס מיר האבן זענען אלע סאקפאפעט'ס קען זיך איינער אויסבלאקירן דעם צווייטן אן קיין דין וחשבון און זאגן אז יענער איז א שטער און דערנאך זאגן אז ער האט קאנסענסוס אז ער איז א שטער, ווי מען האט געטאן צו באנוצער:רוני און ווי באנוצער:רוני האט געטאן צו באנוצער:יודל און אזוי ארום בלייבן מיר אן באנוצער.
געוויינליך איז א כלל נישט צו אויסשפארן קיינעם מער ווי 24 שעה. און אויב א באנוצער רעדט זיך דורך דארף מען אים צוריק עפענען.
עס איז נישט געאייגענט צו מאכן א אפקילן בלאק, ווען מען וויל א באנוצער זאל זיך אפקילן, ווייל דאס איז רוב מאל אויסגעטייטשט פון באנוצער אלס א שרעקליכע צענזור מיטל ווערט עס א מער היציג סיטואציע און עס הייסט נישט אפקיל בלאק נאר אויפהיץ בלאק.
יעדער איינער קען פארלאנגן אז מען זאל אויסשפארן א באנוצער, און אדמיניסטראטורן זאלן טאן ווי זיי פארשטייען, אויך א סיסאפ און אפילו א ביוראקראט קען מען פארלאנגן און א סיסאפ מעג און קען זיי אויסבלאקירען, און פארלירן זיין איינטרוט אין וויקיעפדיע, אבער דאס קען מען נאר טאן נאך וואלן, און ביי די אידישע וויקיפעדיע איז דאס נישט מעגליך צוליב די ווייניג באנוצער, נאר אויב דער סטוארט ווערט איבערצייגט אז דער סיסאפ מאכט טאקע אן באמת א חרבן.