תל אביב-יפו
שטאט פון ישראל / From Wikipedia, the free encyclopedia
תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.
|
מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.
איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.
געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט. ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.