אדמו"ר מספינקא From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי שמואל צבי הורוויץ (ספינקא, אונגארן - כ"ז אב ה'תשנ"ז, וויליאמסבורג, ניו יארק) איז געוועזן דער רבי פון ספינקא און בעל מחבר פון די ספרים מלבוש צבי, תפארת צבי, תולדות צבי, טבא דשמואל און נחלת צבי אויף תהלים. אדער מער באקאנט אלס ר' הערשעלע ספינקער וויאזוי מען האט אים גערופן בלשון חיבה.
ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און געפירט זיין רעביסטיווע פון זיין בית המדרש אויף קיעפ סטריט, וואס איז געווען א ווענד-פונקט פאר אידן פון אלע קרייזן חסידים, וואס זיי אלע האבן אין אים געטראפן א אויער וואס האט זיך צוגעהערט צו זייערע שאלות, צרות און פראבלעמען מיט הארץ און געפיל, און איז געווען פארעכענט אלץ א פועל ישועות.
געבוירן צו זיין פאטער רבי אברהם אביש הורוויץ הי"ד, וואס ער איז געווען רב אין קראלי און געווען אן איידעם ביים חקל יצחק, רבי יצחק אייזיק ווייס, דער זון פון ראש אדמו"רות ספינקא, ר' יוסף מאיר ווייס דער בעל אמרי יוסף.
ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי זיין זיידן דער חקל יצחק. טראץ דעם וואס זיין טאטע האט געליטן צרות פון די חסידים פון ר' יואל טייטלבוים אין קראלי צוליב די רבנות דארטן, איז ער זיך געגאנגען צום סאטמאר רבי זצוק"ל נאך די מלחמה און ניו יארק זיך מאכנדיג פארגעסן איבער די אלטע טינה. דער סאטמארער רבי ז"ל פלעגט אום אליין רופן קראלער רב בימי נעוריו, און האט אום ארויסגעוויזן גרויס חביבות עד כדי כך ער פלעגט אפילו הייסן זיך גיין איבערשמועסן מיט אים זאגנדיג ער איז א קלוגער ערליכער איד, דאס אלס צוליב דעם וואס ער איז געווארן אויפגעצויגן אין ספינקא ביים זיידן ווי מ'האט קיין מחלוקת נישט געפירט. ר' פישעלע הערשקאוויטש פון זיין זיידנס חסידים האבן זיך טאקע נישט אפגעלאזט דערפאר פון אים. [פֿעלט אַ מקור]
ער האט איבערגעלזאט פינף זין און זיבן טעכטער:
זיינע איידעמער זענען:
זיין ווינקעלע און וויליאמסבורג איז געווען א תל תלפיות ווי עס האבן זיך געקענט אדורך דרייען אין איין וואך הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן: חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, אמעריקאנער, מאדערנע, און אלע זענען ארויס צופרידן און רואיג שפירנדיג א געהאלפענער, ער האט געהאט אזעלטענער קלארן פארשטאנד און סיי וועלכע הינזיכט מען האט איהם געפרעגט.
זיין עבודה פון תשובה כסדר איז געווען א ציאונג קראפט, וואס האט זיך איבגעחזרט א יעדע וואך ביי שלוש סעודות אין די טונקל ווי ער האט איינגעריסן מיט יאמערליכע געוויינען און דער ריזן עולם זקנים עם נערים נשים ואנשים צוגלייך, פלעגן קומן צפארן מיט קארן, עס האט זיך געצויגן שעות נאכן זמן מוצש"ק, פון אלע געגענטער פון מעטראפליטן ניו יארק פלעגט זיך מיטרייסן מיט טרערן און זיך גוט אויסוויינען ביינאזאם הויך אויפן קול.
זיין צורה איז געווען זייער א שטארקע צוצואונגס קראפט מיט זיין צוצואונדיגע פרייליכע שמייכל ווען אימער א איד איז אריינגעקומען אין שטוב. אידען האבן געהויבן זייערע קינדער אינדערהייך ביי זיינע הייליגע הקפות שמח"ת צו זען די שיינענדיגע לעכטיגע צורה,אויך פלעגט ראש השנה ביינאכט שטיין אן עולם אידן מיט זייערע קינדערלעך אין די רייע זיך אנציווינטשען א גיט יאר וואס האט גענומען צו לאנגע שעות.
ער איז אוועקגעפאלן אינמיטן די תורה פרייטיג צונאכטס ביים טיש פון דביקות, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן יאמערן איבער ארויפגיין צו די טאטעס אין הימל, פון א מאסיווע הארץ אטאקע, מען האט אים פרובירט צוריק ברענגען אבער אן הצלחה.
ער איז געווען באקאנט מיט זיין אייגענארטיגען דרך נישט נאכצולאזען פון די דרכי אבות הקדושים קיין ביסעל פון וואס מען האט זיך געפירט אין אונגארין. ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין שום נייע זאכן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.