![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/1/1b/Liten_askenasisk_sjofar_5380.jpg/640px-Liten_askenasisk_sjofar_5380.jpg&w=640&q=50)
שופר
הארן פון א ווידער, וואס מען בלאזט ראש השנה / From Wikipedia, the free encyclopedia
שופר איז א הארן פון א ווידער מיט וואס מען איז מקיים די מצוה פון תקיעת שופר אום ראש השנה. אויך פירט מען זיך צו בלאזן דערמיט יעדן אינדערפרי אין חודש אלול (אויסער ערב ר"ה) כדי צו ערוועקן דאס הארץ צו תשובה, און אויך צו זיך איינגעוואוינען אויף ראש השנה.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/1/1b/Liten_askenasisk_sjofar_5380.jpg/640px-Liten_askenasisk_sjofar_5380.jpg)
אויך יום כיפור בלאזט מען שופר נאך נעילה.
אין די צייטן ווען יובל איז נוהג געווען, האט מען געבלאזן שופר יום כיפור פון יובל אלס סימן פון באפרייען די עבדים.