From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי מנחם עזריה פון פאנא (ה'ש"ח - ד' אב ה'ש"ף), באקאנט ווי דער רמ"ע מפאנו, איז געווען א בארימטער גאון און בעל מקובל אין איטאליע.
ער איז געבוירן אין דער שטאט באלאניע, איטאליע צו זיין פאטער רבי יצחק ברכיה פון די חשובים אין שטאט.
ער האט געהייראט רחל, די טאכטער פון ר' יצחק פואה פון מאנטאווע - פון די גדולי איטאליע אין יענער צייט.
ער האט געלערנט קבלה ביי זיינע רבי'ס: רבי עזרא מפאנו, רבי משה קורדאווירו און רבי ישראל סרוק פון צפת.
אין זיינע דרייסיגער יארן האט ער אנגעהויבן מפורסם צו ווערן. און אין יאר של"ד האט אים דער בית יוסף געגעבן זיין ספר "כסף משנה" אכטונג צו געבן אויפן דרוקן.
ער האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די יודן אין זיין צייט. דער מנהג פון זאגן סליחות פארטאגס אום חודש אלול, איז מען מייחס צו אים.
ער האט געהאט א גרויסע ישיבה אין מאנטאווע און איז דארט נפטר געווארן.
ער האט געשריבן ארום דרייסיג ספרים אין הלכה און אין קבלה וועלכע זענען זייער נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.