ראדיא
From Wikipedia, the free encyclopedia
ראַדיא איז א וועג צו שיקן אינפארמאציע אריבער א ווייטן דיסטאנץ דורך עלעקטראמאגנעטישע סיגנאלן. די מאשין וואס שיקט ראדיא סיגנאלן הייסט א טראנסמיטאר, און די מאשין וואס נעמט אויף די סיגנאלן הייסט א ראדיא-אפאראט. ווען מען שיקט ראדיא סיגנאלן אויף איין מאל צו א סך אפאראטן ווערט דאס גערופן א פארשפרייטונג.
אויך ניצט טעלעוויזיע ראדיא סיגנאלן צו שיקן בילדער און קול.
מען קען ניצן א ראדיא סיגנאל צו עפענען א שלאס אדער אנהייבן א מאטאר, למשל צו עפענען און פארשפארן א טויער.