From Wikipedia, the free encyclopedia
קרבן איז וואס א ייד האט געקענט (און צומאל געדארפט) ברענגען אין בית המקדש פאר גאטס וועגן, דאס האט מען געברענגט צום מזבח אין בית המקדש.
קרבנות ווערן איינגעטיילט אין פאר סארטן:
עס זענען געווען א פאר סבות פאר ברענגן א קרבן.
א עולה, שלמים, און מנחה האט איינער געקענט ברענגן סתם אזוי ווייל ער האט געוואלט ברענגן א קרבן פאר גאט.
א חטאת און אשם האט מען געברענגט אויב מען האט געזינדיגט.
אויך איז געווען קרבנות וואס מען האט געמוזט ברענגן אין בית המקדש צוליב די צייט אין טאג, וואך, אדער יאר. ווען עס איז געווען יום טוב.
די קרבנות וואס מען האט געדארפט ברענגן צוליב די צייט, איז געווענליך געווען א קרבן ציבור, וואס מיינט צו זאגן אז עס איז געקומען פון די געלט וואס מען האט צוזאמען גענומען פון אלע יידען.
עס זענען פארהאן פארשידינע דינים וועגן ברענגן א קרבן.
א קרבן האט מען נאר געמעגט מקריב זיין בייטאג. רוב קרבנות דארף מען נאר שפריצען די בלוט אז עס זאל זיין מותר צו עסן, אויב האט מען שוין געשפריצט די בלוט דאן האט מען א גאנצע נאכט צו מקריב זיין די איבריגע טיילן (געווענליך די פעטנס). אבער חז"ל האבן מתקן געווען אז מען זאל אלעס מקריב זיין פאר חצות.
ווען איינער האט געברענגט א קרבן האט מען געטאן מיט דעם די פאלגענדע זאכן.
די כהן האט געדארפט טראכטן פון 2 זאכן ביים טאן 4 פון די עבודות ביי א קרבן.
די 4 עבודות:
די 2 מחשבות:
פאר א עולה האט ער געדארפט טראכטן 6 זאכן ווען ער האט עס געשחטן:
שחיטה קען טאן אויך א ישראל. פון שחיטה און ווייטער מוז אלעס געטאן ווערן דורך א כהן.
עס זענען דא 2 סארטן קרבנות לגבי דעם, איינס ווערט אנגערופן קדשי קדשים, און די אנדער קדשים קלים.
קדשי קדשים, דאס דארף מען שחטן אויף צפון זייט פון די מזבח
קדשים קלים, דאס קען מען שחטן אין די גאנצע עזרה.
נישט אלע קרבנות האט מען געשפריצט די בלוט אויף די זעלבע פלאץ פון מזבח.
א אשם, שלמים, און עולה האט מען אלעמאל געשפריצט די זעלבע וועג, מען האט גשפריצט פון די כלי אין וואס מען האט געהאט די בלוט פון די בהמה אויף צוויי ווינקלען פון די מזבח, אויף די אינטערשטע טייל פון מזבח, די כהן איז געשטאנען אויף דער ערד, שיפערהייט אויף אזא וועג אז צוויי זייטן פון די מזבח זענען געווארן אנגעשפריצט. די צוויי ווינקלען זענען געווען צפון-מזרח און דרום-מערב.
א חטאת וואס די כהנים האבן עפעס געגעסן דערפון האט מען גשפריצט זייער בלוט אויף די 4 ווינקלען פון מזבח, דאס איז געווען אויף די אויבערשטע העלפט דורך דעם וואס די כהן איז ארויף געגאנגן אויפן סובב פונם מזבח און ארום געגאנגען די גאנצע מזבח און זיך אפגעשטעלט ביי יעדע ווינקל ארויפצושמירען מיט די דריי ערשטע פינגער פון די רעכטע האנט די בלוט. די איברעיגע בלוט האט מען אויס געגאסן אין די יסוד דרומי.
א חטאת וואס מען האט נישט געגעסן דערפון, האט מען געשפריצט די בלוט אינעווייניג אין די היכל, די איבריגע בלוט האט מען אויסגעגאסן אויפן יסוד מערבי. די פר און שעיר פון יום כיפור האט מען געשפריצט די בלוט 8 מאל אויף די ארון צווישן די שטאנגן און 8 מאל אויף די פרוכת, שפעטער האט מען אויסגעמישט די בלוט פון ביידע און געשפריצט פון ביידע אויף די 4 ווינקלען פון די מזבח הזהב. פרים און שעירים וואס זענען פארברענט געווארן, האט מען געשפריצט זייער בלוט 7 מאל אויף די פרכת און 4 מאל אויף די מזבח הזהב.
א בכור, מעשר, און קרבן פסח שפריצט מען זייער בלוט דרוך דעם וואס מען גיסט אויס די בלוט אויפן וואנט פון מזבח קעגן די יסוד.
קרבנות |
חטאת: חטאת בהמה | חטאת העוף | פר העלם דבר של ציבור | שעיר יום כיפור | עולה ויורד עולה: עולת בהמה | עולת העוף | קרבן תמיד שלמים: שלמי ציבור | חגיגה | נדרים ונדבות | בכור בהמה | מעשר בהמה אשם: אשם גזילות | אשם מעילות | אשם שפחה חרופה | אשם נזיר | אשם מצורע | אשם תלוי מנחות: מנחת מחבת | מנחת מרחשת | מנחת קנאות | מנחת חינוך | מנחת העומר | מנחת נסכים אנדערע: ביכורים | שתי הלחם | ניסוך המים | ניסוך היין | קרבן פסח | קטורת | תודה | איל נזיר |
זעה אויך קורבן
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.