קראנקייט
From Wikipedia, the free encyclopedia
א קראַנקייט אדער חלאַת איז א מעדיצינישע צושטאנד פונעם קערפער אדער מוח פון א לעבעדיגן באשעפעניש וואס שאפט ווייטאג, אומבאקוועמליכקייט, צרות אדער טויט צום מענטש וואס ליידט פון דער קראנקייט. ווען די קערפּער פונקציאנירט שוין נישט מיטן פולן ברען, איז מען קראנק.
א קראנקייט קען קומען פון דרויסן, פון באקטעריע, ווירוסן אדער פאראזיטן, אדער פון דרינען, פון א גענעטישן פעלער אדער א כראנישער ענדערונג אינעם קערפער.
ווען א מענטש ליידט פון א קראנקייט איז א דאקטער מטפל מיט אים; ווען א בעל חי ליידט פון א קראנקייט ווערט דאס באהאנדלט דורך א וועטערינאר.