קאראטשי
From Wikipedia, the free encyclopedia
24°51′N 67°02′E קאַראַטשי (אורדו: کراچی; ענגליש: Karachi) איז די גרעסטע שטאט פון פאקיסטאן. די שטאט איז דער פינאנציעלער און האנדלס־צענטער פון פאקיסטאן. ער האט צוויי חשובע פארטן. די שטאט געפינט זיך אויפן בארטן פונעם אראבישן ים מערב פונעם אינדוס דעלטע. זיין באפעלקערונג איז אומגעפער 12 מיליאן, אזוי איז ער די דריטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט, נאך שאנכיי און מומביי.