קאני איילענד
האלבאינזל און פלאזשע אין ניו יארק סיטי / From Wikipedia, the free encyclopedia
40°34′28″N 73°58′43″W קאָני איילענד (ענגליש: Coney Island) איז א באוואוינטע האלבאינדזל ביים אטלאנטישן אקעאן וואס געפינט זיך אין צפון-מערב ברוקלין, ניו יארק.
זי איז בארימט פאר איהרע פילע פארוויילונגען און אפרוה פלעצער וואס האט זיך דא געפינען פון בערך 1880 ביז די צווייטע וועלט קריג.
ארום זעכציג טויזנט מענטשן וואוינען אין דער געגנט.