קארטאפל
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער קאַרטאָפֿל אדער דזשעמיקע (פויליש-יידיש) אדער פּאָטעיטאָ (ענגליש-יידיש) אדער בולבע (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum tuberosum) איז א געוויקס פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae). די קנאלן וואס פארמען זיך פון זיינע שטענגלעך וואס לויפן אונטער-ערד, ווערען געניצט צום עסן.
קארטאפל | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
קארטאפל-גאנץ און געשניטן | ||||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||
| ||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||
Solanum tuberosum L. | ||||||||||||||||
דער קארטאפל איז זייער רייך אין קראָכמאַל (סטאַרטש), און ווערט פאררעכענט אלס איינע פון די הויפט שפייזונגס מיטלן צוזאמען מיט ברויט אין רייז.
עס איז אנגעקומען צום ערשטן מאל אין אייראפע פאר נאנט צו 500 יאר צוריק, דורך שפאנישע מאטראזן.
איבער 100 ערליי קארטאפל זענען פאראן, אין פארשידענע מאָסן, פאָרמען און קאלירן. טראץ דעם אונטערשיד אין טעם און אויסזען, זענען זיי אלע אייניג נארהאפטיג און געזונט.
אין די לעצטע פאר הונדערט יאר איז קארטאפל שטארק פארשפרייט געווארן צוליב זיין נארהאפטיגקייט.
עס איז פאררעכנט אלס א מיטגליד אין די נאכטשאטן פאמיליע, וואס שליסט אויך איין אבערזשין (עגפּלענט) און טאמאטעס. עס אנטהאלט אויך א קליינע מאס אַטראָפּין. דער סובסטאנץ איז גיפטיג אין גרויסע קוואנטומס, אבער אין קליינע מאסן האט עס א ווירקונג קעגן ספּאַזמען. דאס הייסט אז קארטאפל איז א רפואה פאר בויך ווייטאג און קרעמפן.
ווען דער קארטאפל וואקסט, נאכדעם וואס די בלימעלעך קומען ארויס, וואקסן קליינע פרוכט וואס זען אויז ווי טשערי טאמאטעס, זיי זענען אבער גיפטיק.