על אקצא אינטיפאדע
From Wikipedia, the free encyclopedia
על אקצא אינטיפאדע (אױך אַל־אַקצאַ־אינטיפֿאַדע) איז דער אויפוואכונג פון טעראר מצד די פאלעסטינער באפעלקערונג אין ארץ ישראל קעגן די אידן דאס האט זיך אנגעהויבן נאך א וויזיט פון אריק שרון, אויפן הר הבית אין סעפטעמבער 2000, מיט זיינע מענטשן, און באגלייטער, האבן די פאלעסטינער אנגעפאנגען מיט געוואלדטאטן, ווי צענדליקע זענען פארווונדעט געווארן, נאכפאלגענדיק דאס האבן די אראבער אין ישראל, און אין מערב ברעג, דורכגעפירט ווילדע ראיאטן, און 26 פאלעסטינער זענען אומגעקאמען, אין מערערע פארווונדעטע.
די פאליציי אין ישראל האבן ביי די ווילדע ראיאטן, זיך אויפגעפירט זייער אגרעסיוו, און האבן געשאסן און אומגעברענגט צוויי ישראלדיקע אראבער, וואס דאס האט אריסגעברענגט די אראבער אין די מאסן צו די ראיאטן, און נאך עלף זענען אומגעקאמען.
די אינטיפאדע האט זיך אנגעפאנגען אין אום על פאכעם, א שטאט וואס געפונט זיך צווישן חדרה, און עפולה, אויף שאסיי נומער 65, און ביי די געוואלדטאטן האבן זיי אפגעשטעלט די פארקער אויפן שאסיי, וואס איז א צענטראלע שאסיי וואס פירט צום גליל.
דורכאויס די אינטיפאדע, זענען 1,060 ישראלער געהרגט געווארן, און נאנט צו 3,500 פאלעסטינער זענען געהרגט געווארן.
עס האט אנגעהאלטן פיר יאר און פינעף מאנאטן, ווי הונדערטע ציווילע זענען אומגעקאמען, און פארוואונדעט געווארן, דורכאויס די צווייטע אינטיפאדע, (די ערשטע איז געווען אין 1987, ווען א ישראלער האט אומווילנדיק, אראפגעקלאפט א פאלעסטינער קינד אין עזה.
די פראגע וואס האט זיך געדרייט איז, ווער האט אנגעצינדען די פייער, די לינקע טענהן, ווייל שרון איז ארויף אויפן הר הבית, זענען די אראבער געווארן אויפגעברויזט, פון די אנדערע זייט, די רעכטע זאגן די אינטיפאדע האבן זיי שוין געהאט אין פלאן נאך פון פריער, נאר האבן געווארט אויף אן אויסרייד.
דערווייל איז שרון געווארן פרעמיער מיניסטער, און נאך א זעלבסטמארד אטאקע וואס האט אויפגערודערט די לאנד, פסח אויפדערנאכט ביי א סדר, אין די פארק האטעל אין נתניה, וואס 29 זענען אומגעקאמען אין די אטאקע, האט געברענגט דערצו דער באשלוס פון אן אפעראציע קעגן די טעראר, פון די מערב ברעג, צהל איז אריין אין די שטעט זשענין, שכם, און נאך, און פארניכטעט, און קאנפיסקירט מערערע וואפן, 22 זעלנער, און 52 פאלעסטינער זענען געהרגט געווארן אין די שלאכטן.