פרשת פקודי
From Wikipedia, the free encyclopedia
פרשת פקודי איז די עלפטע און לעצטע פרשה אין ספר שמות. ווען מען לייענט די סדרה אין שול, זאגט דער עולם "חזק חזק ונתחזק" נאכן ענדיגן די פרשה.
אין א פשוטן יאר גייען די סדרות ויקהל און פקודי צוזאמען, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבעריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט פקודי אלעמאל באזונדער.
די סדרה הייבט אן מיט ציילן די נדבות וואס די יידן האבן געגעבן פארן מאכן דעם משכן.
נאך דעם דערציילט די פרשה ווי מ'האט געמאכט די בגדי כהונה, דעם אפוד און חושן, דעם מעיל, די העמדער (כתונת), די הויבן פון אהרן (מצנפת) און די כהנים (מגבעות), די מכנסיים, גארטלען (אבנט) און דעם ציץ.
נאכהער ווערט דערציילט וויאזוי משה רבינו האט אויפגעשטעלט דעם משכן ראש חודש ניסן, [1] און דער אייבערשטער האט געלאזט רוען זיין שכינה אויפן משכן.