From Wikipedia, the free encyclopedia
דאָס פֿעלקעררעכט (פֿון לאַטײַניש ius gentium, „רעכט פֿון פֿעלקער”) איז אַ איבערמלוכישע רעכט־סדר אױס פּרינציפּן און כּללים, דורך װאָס די שײַכות צװישן די פֿעלקעררעכטלעכע נושאי זכויות (ראשית מלוכות) װערן רעגולירט אויף דער באַזיס פֿון גלײַכרעכטיקײט.
דער הויפּט־מקור פֿונעם הײַנטװעלטיקן פֿעלקעררעכט איז מגילת (די טשאַרטער) פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער. זי אַנטהעלט אַן אַלגעמײנעם פאַרװער פֿון גװאַלד, װאָס גילט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלן געװױנהײט־רעכט אומאָפּהענגיק פֿון אַ מיטגלידערשאַפט אין די פֿאַראײניקטע פֿעלקער און װאָס פֿאַרװערט די מלוכות צו האַלטן אָנפאַל־מלחמות, און באַשטעטיקט דאָס רעכט פֿון די אינדיװידועלע אָדער קאָלעקטיװע זיך-פאַרטײדיקונג.
מקורים פֿונעם פֿעלקעררעכט זײנען צװײ־ און עטלעך־זײַטיקע טראַקטאַטן, אינטערנאַציאָנאַל געװױנהײט־רעכט און אַלגעמײנע רעכט־פּרינציפּן (38סטער אַרטיקל, ערשטער אָפּסאַץ, אותיות א‛, ב‛ און ג‛ פֿון חוקת פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט פֿון יוסטיץ).
השפּעהדיקע ייִדישע פֿעלקעררעכט-יוריסטן זײנען לאַסאַ אָפּענהײַם, אײאַל בענבֿענישׂתי (העברעיש׃ איל בנבנשתי), יאָראַם דינשטײַן (העברעיש׃ יורם דינשטיין), הערש לאַוּטערפּאַכט, רות לאַפּידעס (העברעיש׃ רות לפידות), ראָבי סאַבעל (העברעיש׃ רובי סיבל), יעקבֿ ראָבינזאָן, שמשון ראָזנבױם, שבתי ראָזען, נתן פֿײַנבערג און יובַֿל שאַני (העברעיש׃ יובל שני).
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.