א פֿאנעם איז א גרונטאיינס אין דער פאנאלאגיע פון א שפראך. עטלעכע פאנעמען ווערן צוזאמענגעשטעלט צו שאפן ווערטער אין דער שפראך. אזוי, די אונטערשייד צווישן די צוויי ווערטער אין יידיש גאַז און גאַל איז דער טויש פון /ז/ צו /ל/. צוויי אזעלכע ווערטער וואס די אונטערשייד איז איין פאנעם ווערן גערופן א "מינימאלער פאָר". ווען מען קען ארויסרעדן איין פאנעם אויף פארשידענע וועגן ווערן זיי גערופן אַלאפֿאנען (למשל /ב/, וואס מ'קען ארויסרעדן ב אדער פ, לפי העניין). אין רוב שפראכן זענען די פאנעמען קאנסאנאנטן אדער וואקאלן.

די לינגוויסטן שרייבן א פאנעם צווישן צוויי שטרייכלעך: /z/ אדער /l/.

פאנעמען אין יידיש

בדרך כלל, די אותיות אין יידיש זענען באזונדערע פאנעמען. למשל פ און פֿ זענען באזונדערע פאנעמען, ווי אין די ווערטער פאַס און פֿאַס. אזוי אויך די צוויי סארטן חולם זענען צוויי פאנעמען, למשל טויב (איינער וואס הערט נישט) און טויב (א פויגל).

וועבלינקען

גיכע פאקטן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאנעם
פארמאכן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.