נביא
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ארטיקל רעדט וועגן יידישע נביאים און איבערן באגריף פון נבואה אין יידישקייט, פאר אנדערע גלויבונגען זעט נביא (אלגעמיין)
א נביא איז איינער וואס ווערט געשיקט דורך גאט איבערצוגעבן פאר די מענטשן די ווערטער פון אייבערשטן.
דער ארגינעלער באדייט פון נביא אין לשון קודש איז איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן און איבערגעבן די ווערטער פונעם זאגער. אהרן הכהן ווערט אנגערופן דער נביא פון משה רבינו.
גאט זאגט צו משה: ”נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵאַחֶיךָ כָּמֹנִי, יָקִים לְךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ: אֵלָיו, תִּשְׁמָעוּן” (ספר דברים (פרק יח))