From Wikipedia, the free encyclopedia
סאַטמאַר אדער אדער סאַטמער (רומעניש: Satu Mare;אונגאריש: Szatmárnémeti; דייטשיש: Sathmar) איז אַ שטאָט אין זיבנבערגן, רומעניע.
דער ערשטער רב אין סאטמאר איז געווען הרב יודא גרינוואלד, דער מחבר פונעם ספר ״זכרון יהודא״, וועלכער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער איז געוועזן אן איידעם ביי הרב יוסף יוזפא סופר דער דריטער זון פונעם חת"ם סופר, וועלכער אנדערש ווי זיינע צוויי עלטערע ברידער רבי אברהם בנימין, דער ״כתב סופר״ און רבי שמעון פון קראקע, דער ״מכתב סופר״, האט ער נישט משמש געווען ברבנות, אבער זיין איידעם איז יא געווען צוריק אין א רבנות שטעלע.
נאך אים איז געוועזן דארטן רב הרב אליעזר דוד גרינוואלד א ברודער פון דעם ערוגת הבשם, וואס איז בעפאר דעם געווען רב אין אויבער ווישעווע, וואס ער האט אויך נישט איבער געלאזט קיין קינדער.
דער לעצטער רב אין סאטמאר פארן קריג איז געווען הרב יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי, וואס ווי עס איז באקאנט דער בילד ווען דער רומענישער קעניג קארל איז געקומען קיין סאטמאר פאר א באזוך איז ער דער ערשטער צוגעגאנגען צו אים און אים באגריסט. שפעטער אין 1940 נאך דעם וואס היטלער ימ"ש האט געשיקט זיין אויסערן מיניסטער ריבענטראפ צו צעטיילן זיבנבערגן וואס איז צוגענומען געווארן פון אונגארן ביים ווערסיי אפמאך און איז צעשניטן געווארן צווישן אונגארן און רומעניע, וואס דאן איז סאטמאר צוריק געווארן אונטער דעם אונגארישער הערשאפט, האט אים די אונגארישע רעגירונג געוואלט באשטראפן דערפאר, האט ער זיך פארענטפערט אז ער איז בעצם אן אונגארישער נאר אזוי ווי ער איז דער ערוויילטער רב האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר צו גיין צו דעם קבלת פנים.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.