From Wikipedia, the free encyclopedia
אידן האלטן דאך אז אלץ איז פון הקב"ה וואס וויל אז צו טאן א מצווה און גוטער זאך זאל אנקומען שווער מאכט ער א נסיון. אזוי איז אנגענומען אז יעדע עבירה וואס קומט אונטער א מענטש זאל ער געדענקען אז דאס איז א ניסיון פון הקב"ה אים אויסצופריווען און דערהייבן נאך דעם וואס ער וועט קענען ביישטיין און נישט דורפאלן צו טאן די עבירה.
לויט די גמרא אין סוכה נב.: כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, קוקט אויס אז ווי שטערקער און חשובער די מצווה, מענטש, אדער ענין, איז אלס א גרעסער נסיון און קעגנערשאפט אפאזיציע איז דא דאס נישט צו טאן.
לויט דער גמרא איז דאס אן עקסטער כוונה פון הקב"ה מיט די ניסיונות, כדי צו געבן מער שכר אויף די שוועריגקייטן אויך. און דאס איז דער גאנצער חילוק פון עולם הזה און עולם הבא
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.