שיכון סקווירא
חסידישער שטעטל / From Wikipedia, the free encyclopedia
שיכון סקווירא, אדער ניו סקווער (ענגליש: New Square), איז באקאנט אלס דאס ערשטע חסידישע שטעטל אין די פאראײניגטע שטאטן. עס איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער תשי"ז, דורך רבי יעקב יוסף טווערסקי, סקווערער רבי. רבי יעקב יוסף איז אויך דער ערשטער נפטר וואס איז באערדיגט געווארן אין דעם סקווערער בית החיים. אירע איינוואוינער זענען בעיקר סקווערער חסידים, וועלכע זוכן צו האלטן א חסידישן לעבנס-שטייגער אפגעטיילט פון דער סעקולערער וועלט. היינט צו טאגס ווערט דאס געפירט דורכן זון פונעם גרינדער, דער איצטיגער סקווערער רבי, רבי דוד טווערסקי. העלפט פון תושבי שיכון סקווירא זענען בני תורה, א שיינעם חלק האבן 'הוראה'.
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
דאס שטעטל געפונט זיך אין דער שטאט ראמאפא, אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק, צפון פון הילקרעסט, ספרינג וועלי און מאנסי, מזרח פון וואיאולע, דרום פון ניו העמפסטעד און מערב פון ניו סיטי. ביים 2020 צענזוס האט ניו סקווער געהאט א באפעלקערונג פון 9,679.
דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי יוסף ישראל אייזנבערגער. און די דיינים זענען רבי שלום פאללאק און רבי זאב נחום גאלדמינצער. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג., און דער שליח בי"ד איז ר' שלום רייצנשטיין. אין שטעטל געפונט זיך דער סקווערער ישיבה ומתיבתא. די ראשי ישיבה ומתיבתא אין שטעטל, זענען הרב אבא גארדאן און הרב מאיר פאכטמאן.
דער היינטיגער בירגערמייסטער פון שיכון סקווירא איז ישראל משה שפיטצער, און דער קלערק-קאמיסאר איז דוד ברייער. דער 'שמש פונעם הויף' איז דער אקטיווער גענעראל מאטל גרינוואלד, וואס פירט אן אלע ארבעט וואס אנבאלאנגט דעם רבי'נס הויף. דער שול-גבאי איז ר' יעקב שפירא, און דער פינאנץ מיניסטער פונעם הויפ'ס קאסע, איז ר' שלום בער פישל.
אין שטעטל ווערט געבויט א ריזן שול וואס וועט זיין די גרעסטע שול אין אמעריקע.