נאציאנאלער הימען
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער נאַציאַנאַלער הימען (ענגליש: national anthem) אדער נאציאנאלע זינגליד פון א לאנד איז א זינגליד אדער א מוזיקאלישע קאמפאזיציע וואס רימט די היסטאריע, טראדיציע און נאציאנאלע אספיראציעס פון א געוויסן פאלק, און וואס איז אנערקענט דורכן געזעץ פון דעם לאנד ווי זיין נאציאנאלע זינגליד, אדער איז ברייט אנגענומען אזוי ביים פאלק.
דאס ווארט הימען שטאמט פון גריכיש ὕμνος (הימנאס).