סובסטאנטיוו
From Wikipedia, the free encyclopedia
א סובסטאַנטיוו אדער זאַכוואָרט (אויף ענגליש: noun) איז א ווארט וואס מען נוצט אנצורופן א מענטש, זאַך, פּלאַץ אדער באגריף, צום ביישפיל: טיש, בענקל, שטאט, מענטש, משה, בערל, לייכזיניגקייט און העראאיזם. דער זאכווארט איז דער עיקר באשטאנדטייל פון יעדער פראזע.
דאס קען פונקציאנירן אלס סוביעקט אדער אביעקט פון א ווערב.
דאס קען זיך טוישן ווי אזוי מען זאגט דאס צו לויט דער צאל, זאגט מען דאס בלשון רבים אדער בלשון יחיד (למשל, ווארט - ווערטער), צי פון לשון זכר צו לשון נקבה, צי בלשון פרט ווי ירושלים אדער בלשון כלל ווי שטאט.