מרכז הרב
ישיבה גדולה אין ירושלים / From Wikipedia, the free encyclopedia
מרכז הרב איז א ישיבה אין קרית משה, ירושלים. זי איז געווען די ערשטע רעליגיעזע ציוניסטישע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, געגרינדעט אין יאר ה'תרפ"ד דורך הרב אברהם יצחק הכהן קוק, ערשטער אשכנזישן הויפט רב פון ארץ ישראל, אין 1924. דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב יעקב אלעזר כהנא שפירא, זון פון דעם פריערדיקן ראש ישיבה הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא.
אסאך פון די גרינדער פון די קומעדיקע דור ציוניסטישע ישיבות האבן געלערנט אין דער מרכז הרב ישיבה אדער זענען געווען תלמידים פון רבנים וואס האבן דארט געלערנט, און עס ווערט פאררעכנט פאר אסאך די "מוטער פון די ציוניסטישע ישיבות."