From Wikipedia, the free encyclopedia
א מצה בעקעריי איז א פלאץ וואו מען באקט מצות. דאס פלאץ ווערט נארמאל באניצט נאר אין די סוף ווינטער חדשים אויף צוגרייטן צום יום טוב פסח.
דאס פלאץ ווערט א גאנצע יאר אפגעהיטן פון חמץ, וועגען דעם זענען רוב בעקערייען צוגעשלאסען ווען ס'איז נישט אין באנוץ.
עס איז דא צוויי סארטן בעקערייען:
די האנט מצות ווערן געמאכט מיט די הענט.
דאס פלאץ איז בדרך כלל אויסגעשטעלט פון דריי צימערן:
די מעל שטוב איז די פלאץ וואו מען מעסט דאס מעל און מען גרייט עס אן פאר דעם קנעטער.
די וואסער שטוב איז די פלאץ וואו מען מעסט דאס "מים שלנו" וואסער, אין צוגרייטונג צום קנעטען.
די מעל שטוב און וואסער שטוב זענען נארמאל איינס לעבן דער אנדערער, אבער זענען הערמעטיש אפגעשלאסן איינס פון דער אנדערער.
דער קנעטער אדער פֿארנעמער באקומט דאס מעל פון די מעל שטוב און וואסער פון וואסער שטוב, און מאכט דערפון א טייג. דאס וואסער דארף מען אריינגיסן מיט די ווערטער "לשם מצת מצוה". דאס טייג וואס מען מאכט הייסט א "מיירע".
דער פינער נעמט דאס טייג און ארבעט עס איבער, עס איז דא וואס מאכן עס מיט די הענט, און עס איז דא וואס מאכן עס מיט א שטעקן. פון דארט טראגט דער פינער דאס טייג צום צווייטן צימער.
דער טיילער (מחלק) נעמט דאס טייג און צעטיילט עס פאר די טייגל קוועטשערס, לויט די גרייס וואס די מצה דארף אויסקומען.
די טייגל קוועטשערס (מתחילים) נעמען די טייגעל און מאכן גרייט עס צום וועלגערען.
די וועלגערערס און די ענדיגערס (גומרים) דארפן זיין מומחים, זיי וועלגערן אויס דאס טייג עס זאל זיין שיין רונדיג, דין אז מ'זאל עס קענען עסן, און נישט צו דין אז עס זאל זיך נישט צעברעכן. אויב איז דער וועלגערער נישט קיין מומחה וועט דאס טייג אויס זען מער ווי א המן טאש ווי א מצה.
די רעדלערס צעלעכערן די מצה מיט א ספעציעלן רעדלן געצייג אז זי זאל זיך נישט אויפבלאזן בשעת'ן באקן.
דערנאך לייגן זיי ארויף די מצה ארום א שטעקן, וואס דער שיבער האלט גרייט אריינגענומען צו ווערן צום דריטן צימער.
עס זענען דא וואס פירן זיך אז ווען ס'איז דא מצות וואס ווארטן אריינגענומען צו ווערן צום דריטן צימער שרייען זיי "צוויי מצות אין אויוון אריין".
דער שיבער נעמט די שטעקן מיט די מצות און פירט עס אריין אין אויוון. דער שיבער דארף זיין א גרויסע מומחה כדי אריינלייגן די מצות אין אויוון גלייך און צוליב די פילע הלכות וואס איז דא ביים אריין לייגן אין אויוון.
דער אויוון איז געבויט פון שטיין אדער מעטאל, נארמאל הייצט מען דעם אויוון מיט האלץ, ס'איז דא וואס הייצן דעם אויוון מיט גאז ווייל ס'איז ביליגער אבער דער טעם פון די מצות איז נישט אזוי גוט ווי פון האלץ, ווי אויך איז דא וואס נוצן בלעכענע אויווענעס כדי מען זאל עס קענען אוועק פירן נאך פסח.
די פראצעדורע פון באקן מאשין מצה ווערט געמאכט ריין דורך מאשין. די מאשין איז אויסגעטראפן געווארן אין יאר ה'תרט"ז, דורך א אידישן בעקער.
די וואס פארקויפן די מצות פארן ציבור.
עס זענען דא און די וועלט פארשידענע פראדוצירערס:
אין ארץ ישראל: די וועלט בארימטע קוממיות האנט מצות, מצות ירושלים (מאשין) און נאך.
אין אמעריקע איז באקאנט די האנט מצות פון סאטמאר בית רחל, פאפא- צעהלים און נאך.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.