מסירת נפש
From Wikipedia, the free encyclopedia
מסירת נפש איז א יידישער באגריף וואס באדייט זיך אינגאנצן איבערצוגעבן צום רצון השם, אריינגערעכנט דאס אייגן לעבן אין געוויסע אומשטענדן.
כאטש אז דער הויכפונקט פון מסירת נפש און דער גרעסטער אויסדריק דערפון איז אוועקצוגעבן דאס אייגן לעבן פאר גאטס וועגן, דאך איז אבער דער פונדאמענט פון מסירת נפש פשוט איבערגעגעבנהייט און געטריישאפט, געמאסטן אין פילע שטאפלען געוואנדן אין דעם מענטשנס געטריישאפט צום אייבערשטן אין זיין טאג טעגליכן לעבן. ארגינעל נוצט מען דעם טערמין ווען איינער איז איבערגעגעבן און געטריי צו גאט, אבער מען נוצט עס אויך אין אלגעמיין אלס אן אויסדריק פון א געטריישאפט און איבערגעגעבנהייט צום ציל.