מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד
From Wikipedia, the free encyclopedia
א מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד איז איינער פון די 28 לענדער וואס האט זיך באטייליקט אינעם אייראפעישן פארבאנד (EU) זייט זיין גרינדונג אין 1958 ווי די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע (EEC). פון אן אנהייב מיטגלידשאפט פון זעקס שטאטן, איז ער פארגרעסערט געווארן פינף מאל. די גרעסטע פארגרעסערונג איז געווען דעם 1טן מיי 2004, ווען צען לענדער האבן זיך אריינגעטראטן. דער לעצטער מיטגליד איז געווען קראאטיע אין 2013.
איידער א שטאט קען זיך אריינטרעטן אינעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד, מוז ער זיך צופאסן צו די עקאנאמישע און פאליטישע געביטן וואס מ'רופט די "קאפנהאגענער קריטעריעס". ד"ה דאס לאנד דארף זיין דעמאקראטיש פון א פרייען מארק און רעספעקט פאר דער הערשאפט פון געזעץ. בכדי א נייער שטאט זאל ווערן א מיטגליד פאדערט די הסכמה פון אלע מיטגליד שטאטן ווי אויך דער אייראפעישער פארלאמענט.