From Wikipedia, the free encyclopedia
יידן האבן געוואוינט אין אנטווערפן שוין הונדערטער יארן צוריק, אבער די היינטיגע קהילות זענען געגרינדעט בערך אין תר"ס. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב היינט איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". הרב חיים קרייזווירטה איז געווען אב"ד פון מחזיקי הדת אומגעפער פופציק יאר, ביז זיין פטירה אין תשס"ג.
נאך דער חורבן אייראפע ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע יידן. בערך 15,000 נפשות פון חרדישע יידן וואוינען אין דער שטאט, רובם חסידים. די מחזיקי הדת קהילה האט א נעצווערק פון בתי מדרשים, שטיבלעך, כשרע קראמען, שולעס און אנדערע ארגאניזאציעס.
דאס פשעווארסקער חסידות איז אויך הויפטקווארטירט אין אנטווערפן.
די מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן איז געגרינדעט געווערן בערך תר"ן און איז די צענטראלע חרדישע קהילה אין אנטווערפן. זי פארפיגט אויף פילצאליגע אידישע אינסטיטוציעס אין שטאט א שטייגער ווי בתי-מדרש, בית החיים, השגחות אויף כשרות און דאס גלייכן.
זי ווערט געפירט דורכן אב בית דין, היינט הרב אהרן שיף, און דורך די ראשי קהילה.
די שטאטישע היסטארישע שול פון קהל מחזיקי הדת געפונט זיך אויף דער אסטן גאס. אויך פארמאגט די מחזיקי הדת א בית העלמין וואס געפונט זיך א האלבע שעה וועג פון אנטווערפן אין דער שטאט פיטע אין האלאנד. דער בית העלמין האט זיך נישט געקענט געפונען אין בעלגיע צוליב אן ארטיגן געזעץ וואס ערלויבט צו אויפגראבן און פארברענען מתים נאך א געוויסער צייט.
די רבנים פון דער קהילה זענען געווען:
די שולן, בתי מדרשים און שטיבלעך אין אנטווערפן זענען:
די רבנים פון דער שומרי הדת קהילה זענען:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.