מוסקל
From Wikipedia, the free encyclopedia
מוסקל (פון לאטייניש קליינער מויז), זיינען די פראטעין בענדער וואס פארעמט געוועב און און ציט זיך צוזאַם און צעשפרייט זיך פון זיך אַליינס.
עס זענען קלאסיציפירט, און סקעלטען, קארדיעק, אדער סמאט מוסקל.
זיין הויפט אויפגאבע איז צו נעמען ענערגיע און דאס מאכן פאר באוועגונג.
די מוסקלען זענען אחראי אויף אלע קערפערליכע באווענונגגען פון שטויסן א באל, שרייבן א בריוו, אויסקוועטשן פארדייטע עסענווארג דורך די געדערעם, ביז מאכן דאס הארץ קלאפן.
- ער האַלט צוזאַם פעסט דעם מענטש, אין איר געבוי.
- ער פראדוצירט כוח
- באוועגן דעם מענטש פון אינדרויסן; צו איז דאָס שפאַצירן זיצן אָדער רורען, גאָרנישט איז פון זיך אַליינס,
- באוועגן דעם מענטש פון אינעווייניג דורך דאָס האַרץ דער הויפט איבר וואָס האַלט דעם מענטש ביים לעבן פּאָמפּט פון זיך אַליינס דורך מוסקלען, און טרייבט דאס בלוט צירקולאציע. אדער די עסן פארדייאונג סיסטעם וואס ארבעט אויך דורך מוסקלען, אדער רעדן, שרייבן, טאנצן, לויפן א.א.וו.
- ער מאכט ווארעם דעם מענטש.
רוב מוסקלען ארבעטן אויטאמאטיש אן קיין במכוונדיגע אנשטרענגונג.
דער גרעסטער מוסקל געפינט זיך אונטערן חוט השדרה וואס דאס טרייבט די קריכן, לויפן און שלענגעלן באווענגונג.
דער קלענסטער מוסקל געפינט זיך אין אויער וואס קוקט אויס ווי א דינע פאדעם, זיין ארבייט איז צו רעדוצירן די קול פון הערן אויב דאס איז צו הויך.
מוסקל איז די איינציגסטע געוועב וואס ארבעט דורך זיך צאמציען און צושפרייטן, אלע אנדער מיני געוועב ווי הויט, האר, ביין, קארטילעזש, פארבלייבן די זעלבע גרייס אחוץ אויב זיי וואקסן.
צום ביישפיל: אויפצוהייבן אייער האנט, די בייסעפס אין די פארענט פון אייער אויבערשטער ארעם ציט זיך צוזאמם און ציט ארויף די ביין פון אייער אונטערארעם.
צו אראפנידערן אייער האנט, די טרייסעפס פון אונטער אייער אויבער-ארעם ציעט זיך צוזאם און גראד אויס אייער עלנבויגן, צוגעהאלפן דורך גראוויטאציע.
דאס צוזאמצו טוישט די מאסע פונעם מוסקל, נאר ענדשטער א רעזולטאט פון טוישן אינעווייניג פונעם מוסקל פייבער. וואס איז קלענער פון א האר, און קען זיין ביז איין פוס לאנג אין א גרויסן מוסקל.