מאשינביקס
גאנץ־אויטאמאטיש וואפן / From Wikipedia, the free encyclopedia
א מאַשינביקס איז א פייער-געווער וואס קען שיסן אויטאמאטיש איינס נאך אנאנד פון אן אמוניציע פאס אדער א מאגאזין, פאר א לענגערע צייט. א מאשינביקס קען שיסן הונדערטער קוילן אין א מינוט.
א שווערן מאשינביקס דארף מען שטעלן אויף דער ערד און שטיצן אויף א דרייפוס, אדער שטעלן אויף א פארמיטל מיט א געשטעל און א דרייעדיקער באזע. אויך דארף מען צוויי מענטשן צו אפערירן דעם ביקס, איינער וואס גיט אריין די אמוניציע און א צווייטער צו צילן.
דער ברוינינג M2 מאשינביקס איז זייער א גענויער מאשינביקס וואס קען שיסן גאר ווייט. אין דער וויעטנאם קריג האט א זעלנער, ניצנדיק א טעלעסקאפ אויפן ביקס, געשאסן אויף א ציל ווייט 2250 מעטער.