א קעניגרייך (אדער מאנארכיע; לשה"ק: מלוכה) איז פאָרם פון רעגירונג אין וואס א מענטש, דער מאנארך, איז דער פירער. א מאנארך א זכר ווערט אפט גערופן קעניג און זיין פרוי איז די קעניגן (אדער מלכה).

רעגירונג מעטאדן

אנארכיע
דיקטאטור
דעמאקראטיע
סאציאל דעמאקראטיע
מאנארכיע
מיליטערישער רעזשים
פאשיזם
קאמוניזם
קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
רעפובליק
איסלאמישע רעפובליק

א קעניג ווערט נישט אויסגעקליבן דורך די בירגער אזוי ווי ביי היינטיגע רעפובליקן, נאר ער ווערט געוויינטליך באשטימט לויטן ייחוס, א זון פון א קעניג ירש'נט אָפּ דאס קעניגרייך פון זיין טאטן.

א מאנארך קען זיין אן אויטאקראט (אויסשליסליכער מאכט) אדער קען זיין א צערעמאנישער הויפט פונעם מדינה וואס האט נישט קיין כח, און די אמתע דעה ליגט אין פארלאמענט (דאס רופט מען א קאנסטיטוציעלע מאנארכיע).

היינט עקזיסטירט נאך קעניגרייכן אין געוויסע לענדער (ווי בעלגיע און די פאראייניגטע קעניגרייך), אבער עס איז נאר פאר אַ טראדיציע צוועק, זיי האבן נישט קיין ריכטיגע מאכט.

מאנארכן האבן פארשידענע טיטלען— מלך (קעניג) אדער מלכה (קעניגן), פרינץ אדער פרינצעסין (למשל דער פרינץ פון מאנאקא), קייסער אדער קייסערינע, אדער אפילו הערצאג אדער גרויסהערצאג (למשל דער גרויסהערצאג פון לוקסעמבורג).

קייזער

די רוימישע אימפעראטארן הייסן "קייזער" (אדער קייסער) על שם דער ערשטער קייזער (יוליאוס) וואס איז געבוירן געווארן דורך א קייזער שניט (יוצא דופן).[1]

רעפערענצן

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.