מאנאטעיזם
From Wikipedia, the free encyclopedia
מאָנאָטעיִזם איז דאס גלויבונג אז עס איז פאראן נאָר איין אויבערשטער, אן אלעם-גרעסטן וועזן ברייט פאררופן מיטן נאמען גאט. די גלויבונג איז אז דער איינער גאט האט באשאפן די וועלט, איז אלמעכטיג, געפינט זיך אומעטום, ווייסט אלץ און פירט די וועלט.
די פאלגענדע אמונות זענען מאנאטעיסטיש: איסלאם, אַטעניזם, באַביזם, באַהאַ'י, דעיזם, דרוזיזם, עטליכע סעקטן פון הינדואיזם (אַזאַנע ווי שאַיוויזם און וואַישנאַוויזם), טענריקיאָ, טשעאָנדאָיזם, יזידיזם, יידישקייט, מאַנדאַייזם, סיקהיזם, סעיטשאָ-ניט-ייע, עקאַנקאַר, קריסטנטום און ראַסטאַפאַרי. עלעמענטן פונעם מאָנאָטעיסטישן געדאַנק טרעפן זיך אין אוראלטע רעליגיעס, ווי צום ביישפיל זאָראָאַסטריזם, אלטע כינעזישע רעליגיע, און יאַהוויסם.[1] אין יאר 2000 האבן אומגעפער 55% פונעם וועלטס באפעלקערונג געהערט צו די דריי עיקר מאנאטעיסטישע רעליגיעס: יידישקייט, קריסטנטום און איסלאם.[2]