![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/d8/BiconvexLens.jpg/640px-BiconvexLens.jpg&w=640&q=50)
לינדז
אפטישער אפאראט / From Wikipedia, the free encyclopedia
א לינדז אדער אָביעקטיוו איז אַ דורכזיכטיקער אביעקט (ווי גלאז, פּלאַסטיק אָדער אפילו אַ טראפ וואַסער) וואָס ענדערט וויאזוי זאַכן זען אויס דורך בייגן דאס ליכט וואס גייט אדורך אים. א לינדז קען מאַכן אז אן אביעקט זאל אויסזען גרעסער, קלענער אדער קאַפויער. מען ניצט לינדזן אין ברילן, קאנטאַקטלינדזן, קאַמערעס, פראיעקטארן, מיקראסקאפן, טעלעסקאפן, לופעס אא״וו. אויך האט יעדער אויג אַ לינדז.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/d8/BiconvexLens.jpg/320px-BiconvexLens.jpg)
זיי אַרבעטן דורך ברעכונג, ד״ה בייגן דאָס ליכט.
לינדזן האָבן דריי הויפּט פֿארעמעס. די דריי טיפן לינדזן זענען:
- קאנוועקס : דער צענטער טייל איז דיקער
- קאָנקאַווע : דער צענטער טייל איז דינער
- פֿלאַך