באן פארמיטל וואס פארזארגט באוועגונגס־קראפט From Wikipedia, the free encyclopedia
א לאקאמאטיוו (פון לאטיין: loco motivus) איז אן אייזנבאן פארמיטל וואס פארזארגט די באוועגונגס-קראפט צו א באן. דער איינציקער צוועק פונעם לאקאמאטיוו איז צו פירן די וואגאנען פון דער באן אויף די שינעס. פון דער אנדערער זייט, פילע באנען שליסן איין פארמיטלען מיטן אייגענעם באוועגונגס־קראפט אין די וואגאנען; דאס ווערט נישט גערעכנט קיין לאקאמאטיוון, נאר מאטאר־וואגאנען. היינט איז מער פארשפרייט צו ניצן מאטאר־וואגאנען פאר פאסאזשירן באנען. אבער די צווישן־שטעט באנען און לאסט־באנען ניצן יא לאקאמאטיוון.
טראדיציאנעל טוט דער לאקאמאטיוו ציען די באן. ווען מען קומט אן צום ציל, דארף מען צעשיידן דעם לאקאמאטיוו פון דער באן און מען מוז אים ארומפירן צו שלעפן די באן צוריק פון דער צווייטער זייט. ביי מאדרענע עלעקטרישע לאקאמאטיוון איז מער נישט נייטיק דאס צו טון. דער פירער פון דער באן האט אויך א פיר־קאמער אין דעם צווייטן עק פון דער באן און קען קאנטראלירן דעם לאקאמאטיוו פון דער ווייטנס, אזוי אז דער לאקאמאטיוו שטופט די באן ביי דער צוריק־רייזע. די סיסטעם ווערט ברייט געניצט אויף די גיכבאנען, ווי למשל די יאפאנישע שינקאנסען און די פראנצויזישע TGV.
די ערשטע לאקאמאטיוון האבן געארבעט מיט א דאמפמאטאר, און האבן געברענט קוילן, האלץ אדער אויל. דאס איז געווען דער מערסטער געווינלעכער טיפ לאקאמאטיוו ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה.
אין 1814 האט דזשארדזש סטיוונסאן געבויט א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו וואו ער האט געארבעט אין קילינגווערט קוילן־שאכטע. דאס איז געווען דער מוסטער פאר די לאקאמאטיוון וואס מען האט דעמאלסט אנגעהויבן צו בויען וואס האט געברענגט די אנטוויקלונג פון די באנען.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.