לאנדאנער איבערגרונט
פארשטאטישע באן אין לאנדאן / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער לאנדאנער איבערגרונט (ענגליש: London Overground) איז א פארשטאטישע באן נעטווארק אין לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך, געגרינדעט אין 2007. די איבערגרונט באדינט א גרויסן טייל פון גרויסלאנדאן און הארטפארדשיר, און האט 112 סטאנציעס אויף עטלעכע ליניעס: די צפון לאנדאן ליניע, מזרח לאנדאן ליניע, מערב לאנדאן ליניע, וואטפארד ליניע, גאספל אק צו בארקינג ליניע, די לי וואלי ליניעס און די ראמפארד-אפמינסטער ליניע.
דער איבערגרונט ווערט באצייכענט מיטן קאליר אראנזש, וואס ווערט געניצט אין איבערגרונט רונדל און און אויף דער טיוב מאפע.